Saturday, March 21, 2009

isser chodosh

from: http://www.yiddishworld.com/forum/index.php?f=5&t=4437&rb_v=viewtopic

עס איז ליידער זייער נפוץ, אז אויב איינער האלט א געוויסע חומרא, וואס דער אנדערע האלט עס נישט, איז נישט נאר וואס מען איז יענעם נישט מחזק, נאר אדרבה מען מאכט פון איהם חוזק, און מען רופט איהם אהן "פרומער". קודם כל איז דאס בכלל נישט אויסגעהאלטען צו טשעפענען א מענטש, און דאס איז א איסור תורה פון "לא תונו איש את עמיתו". ווי אויך איז וויכטיג צו באמערקן אז א גרויס חלק פון פרומקייטען איז נישט אן אייגענע פרומקייט, נאר דאס האט א מקור אין שולחן ערוך, און אמאל איז דאס א חומרא וואס אסאך גדולי ישראל האבן אנגענומען. איך וועל נעמען איין דוגמא, און פון דעם קענען זיך די לייענער אויס'משל'ען נאך משלים, און אזוי וועט מען אנהייבען צו קוקען אויף א צווייטע מענטש מיט מער כבוד און עהרע.
איך וויל נעמען דעם ענין פון דעם "איסור חדש", איך האב שוין זייער אסאך מאהל געזעהן ווי מענטשען מאכן חוזק פון יודן, וואס זענען מקפיד אויף דעם איסור אין חוץ לארץ. ווען די מענטשען מאכן חוזק, קומט דאס באלד מיט א חוזק אז: "נאר מאדערנע מענטשען האבן דעם חומרא" ע"כ האב איך געטראכט אז איך וועל נעמען דעם חומרא און מברר זיין און אויפווייזען אז עטליכע האבן אנגענומען דעם חומרא אפילו אין די חסידישע וועלט, ומזה ילמדו אז איידער מען שפעט אפ פון א חומרא, זאל מען זיך אדורך רעדן מיט מורי הוראה.


עס שטייט אין פרשת אמור ואלזחזם ואקטלהי ואכחראמזל ליא תיאכאלול עחד עזצזם החילוים החזלזה עחד הגבהיאגכזם אזת קטראבלחן אבליהויכזם חכקלחת עוילטם לאדיריתויכזם בלאכיל משסאביתויכזם: (ויקרא כג-יד) עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך יורה דעה סימן רצ"ג אז עס איז אסור צו עסען פון די נייע ווייץ (חדש) ווי לאנג מען האט נאכנישט מקריב געווען דעם עומר, דעם צווייטען טאג פסח, (ט"ז ניסן) ווייל עס שטייט אין פסוק: "ולחם וקלי וכרמל לא תאכלו עד עצם היום הזה". היינט אז עס איז נאכנישט דא דעם בית המקדש און מען איז נישט מקריב דעם עומר, טאהר מען נישט עסען פון די נייע ווייץ דעם גאנצען טאג ט"ז, און אין חוץ לארץ דעם גאנצען טאג פון י"ז, ווי אויך שטייט אז דער איסור איז סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ, סיי ווייץ פון א יוד, און סיי ווייץ פון א גוי. דער רמ"א זאגט אז תבואה וואס מען ווייסט נישט פון ווען עס איז, מעג מען עסען ווייל עס איז א ספק ספיקא, וויבאלד עס קען זיין אז די ווייץ איז פון דעם פריערדיגע יאהר, איז דאך דאס מותר, און אפילו עס איז פון דעם יאהר קען גאהר זיין אז עס איז געווען "נשרש" פאר דעם עומר, דערפאר אויב עס איז א "ספק ספיקא" זענען די ווייץ מותר. היינט זענען דא אסאך יודען וואס זענען מחמיר, ווייל דער היתר פון רמ"א איז בכלל נישט שייך היינטיגע צייטן אין אמעריקע, ווייל, לעצטענס שטייט אויף יעדער פעקל מעהל אדער פראדוקט אויפגעשריבען קלאהר דעם דאטום, פון ווען די מעהל אדער די פראדוקט איז.

דער הייליגער ב"ח איז בכלל מיקל אין דעם איסור פון "חדש" אין חוץ לארץ.

כאטש געווענטליך איז נישט אנגענומען א פסק פונעם ב"ח, קעגען אלע פוסקים, איז אבער ידוע א מעשה מיט'ן בעש"ט הקדוש.

דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע האט געפרעגט אין א חלום, ווי אזוי ער זאל זיך פירען, און מען האט איהם געזאגט אזוי: "ווען דער ב"ח איז נפטר געווארען האט מען לכבודו אפגעקילט דעם גיהנם פאר פערציג טעג". ווען דער בעש"ט איז אויפגעשטאנען האט ער געהייסן ברענגען ביר פון חדש (וואס ביר איז דאך פון ווייץ) און ער האט דאס געטרונקען. ער האט געזאגט אז דער ב"ח איז ראוי אז מען זאל זיך אויף איהם סומך זיין. ס'איז אבער כדאי צו באמערקען וואס עס שטייט אין דעם נעקסטן שטיקל פון בעש"ט עה"ת אז א צייט שפעטער איז דער בעל שם טוב געפארען צו ר' יחיאל זצלה"ה ווען ער איז געווארען רב אין הוראדנא, און ער האט געזעהן אז ער איז מחמיר, האט דער בעל שם טוב נאכאמאהל אנגעהויבן מחמיר זיין און נישט עסען קיין חדש. (בעש"ט עה"ת פ' אמור)

אויך דער הייליגע טשארנאביל'ע מגיד זצ"ל אין זיינע הנהגות ווארענט ער אהן אז מען זאל נזהר זיין אין חדש. (ספר מאור ענים עה"ת הנהגות ישרות סעיף ט"ז)

עס שטייט אין די תולדות פון דער הייליגער חת"ם סופר זי"ע, אז ער האט נישט געלאזט עולה זיין צו די פרשה פון דעם איסור חדש, אין פרשת אמור, אדער יום טוב ווען מען לייענט די פרשה פון חדש, נאר איינער וואס איז מקפיד אויף דעם אפילו אין חוץ לארץ. (אינטערעסאנט אז דער גראסערי מאן ווי איך קויף איין, האט לעצטענס געפרעגט א חסיד'ישע רב וואס איז איינער פון די גרעסטע רבנים אין וויליאמסבורג, צו ער זאל האלטען ביי זיך אין געשעפט פראדוקטען פון "ישן" ווייל היינט קען ער באקומען כמעט אלעס פון ישן. האט ער גענטפערט: "אז דו קענסט באקומען "ישן" אוודאי זאלסטו ענדערש דאס האבן.

"לסיומא דמילתא", איך שרייב דאס נישט ח"ו אויף צו פסק'ענען הלכות, ווייל למעשה דארף זיך יעדער פירען כמנהג אבותיו ורבותיו, דאס אלעס האב איך נאר געשריבען אלץ משל פון זאכן וואס מענטשען טוען אפשפעטען פון אנדערע. ע"כ אויב מען זעהט אז א מענשט האט א געוויסע חומרא, זאל מען שטארק נזהר זיין נישט אפצולאכען און אפשוואכען יענעם, און אפילו מען האט שוין מברר געווען אז עס האט "נישט" קיין מקור אין שולחן ערוך, מוז מען נזהר זיין ווי אזוי מען זאגט איהם, עס זאל איהם נישט וויי טוהן.

hatttip: wfb

No comments: